A smaller text A normal text A larger text

English | Shqipالعربية | বাংলা | 中文FrançaisλληνικάKreyòl AyisyenItaliano한국어PolskieрусскийEspañol | יידיש | اردو

אנגעהויבן אין 2021, וועט NYC נוצן סדר פון פארצוג וואלן (Ranked Choice Voting) אין פריימערי און ספעציעלע וואלן פאר לאקאלע אמטן.

איר קענט באצייכענען ביז 5 קאנדידאטן אינעם סדר פון פארצוג, אנשטאט אויסוועלן בלויז איינס. איר קענט נאך אלס שטימען פאר בלויז איין קאנדידאט אויב איר ווילט.

די ערשטע סיטיווייד וואלן מיט סדר פון פארצוג וואלן וועט זיין די פריימערי וואלן אום יוני 22, 2021. טרעפט קומענדיגע עלעקשאן דאטומס און דעדליינס ביי voting.nyc.

פארוואס נוצן מיר סדר פון פארצוג וואלן?

ניו יארקערס האבן געשטימט צו נוצן סדר פון פארצוג וואלן אין א 2019 שטים-צעטל פארשלאג. עס איז דורכגעפירט געווארן מיט 73.5% שטיצע.

וועלכע עלעקשאנס וועלן נוצן סדר פון פארצוג וואלן?

NYC וועט נוצן סדר פון פארצוג וואלן אין פריימערי און ספעציעלע וואלן פאר לאקאלע אמטן: מעיאר, פובליק אדוואקאט, קאנטראלער, בארא פרעזידענט, און סיטי קאונסיל.

ווי אזוי אויסצופולן אייער שטים-צעטל

באצייכנט ביז 5 קאנדידאטן אינעם סדר פון פארצוג.

  1. וועלט אויס אייער ערשטע-אויסוואל קאנדידאט און פולט גענצליך אריין דעם רינגל נעבן זייער נאמען אונטער דעם ערשטן קאלום. 
  2. אויב איר האט א צווייטע-אויסוואל קאנדידאט, פולט אריין דעם רינגל נעבן זייער נאמען אונטער דעם צווייטן קאלום.
  3. איר קענט באצייכענען ביז 5 קאנדידאטן. איר קענט נאך אלס שטימען פאר נאר איין קאנדידאט אויב איר ווילט. באצייכענען אנדערע קאנדידאטן שעדיגט נישט אייער ערשטע אויסוואל.

באצייכנט נישט קיין קאנדידאט מער ווי איין מאל. אויב איר טוט דאס יא, וועט מען נאר ציילן אייער ערשטע באצייכענונג פאר דעם.

געבט נישט פאר מערערע קאנדידאטן די זעלבע צייכן. אויב איר וועלט אויס מער ווי איין קאנדידאט אלס אייער ערשטע אויסוואל, וועט אייער שטים-צעטל נישט זיין גילטיג.

ווי אזוי מען וועט ציילן אייער שטים-צעטל

אויב א קאנדידאט באקומט מער ווי 50% פון ערשטע-אויסוואל שטימען, געווינט יענער די וואלן.

אויב קיין איין קאנדידאט באקומט נישט מער ווי 50% פון ערשטע אויסוואל שטימען, ציילט מען ווייטער לויט רונדעס.

ביי יעדע רונדע, ווערט דער קאנדידאט מיט די ווייניגסטע שטימען אויסגעשטראכן. אויב אייער ערשטע-אויסוואל קאנדידאט ווערט אויסגעשטראכן, גייט אייער שטימע צום קומענדיגן העכסט-ראנקיגן קאנדידאט אויף אייער שטים-צעטל.

דער פראצעדור גייט ווייטער ביז עס זענען פארבליבן בלויז 2 קאנדידאטן. דער קאנדידאט מיט די מערסטע שטימען געווינט!

וואס זענען די בענעפיטן פון סדר פון פארצוג וואלן?

סדר פון פארצוג וואלן געבט אייך מער איינפלוס איבער ווער עס געווינט. אפילו אויב אייער ערשטע-אויסוואל קאנדידאט געווינט נישט, קענט איר נאך אלס העלפן אויסוועלן ווער געווינט יא.

מער ציווילקייט און ווייניגער נעגאטיווע קאמפיינען. קאנדידאטן וואס זענען נישט אייער ערשטע אויסוואַל דארפן נאך אלס אייער שטיצע אלס אייער צווייטע, דריטע, פערטע אדער פינפטע אויסוואַל. דאס מאכט זיי מער ענדערש אפעלירן צו א ברייטערן ציבור.

מער פארשידנארטיגע און פארטרעטנדע קאנדידאטן געווינען וואלן. סיטיס וואס נוצן סדר פון פארצוג וואלן האבן ערוועלט מער פרויען און פרויען מיט טונקעלע הויט, וואס מאכט זייערע ערוועלטע באאמטע בעסער פארטרעטן זייערע קאמיוניטיס.

פאר מער אינפארמאַציע, זעט אונזער סדר פון פארצוג וואלן אפט געפרעגטע פראגעס